מײַן שוועסטער חיה / בִּינֶם הלר

חוברת מספר 49 שנת 2013

מײַן שוועסטער חיה, מיט די גרינע אויגן,
מײַן שוועסטער חיה מיט די שוואַרצע צעפּ.
די שוועסטער חיה וואָס האָט מיך דערצויגן,
אויף סמאָטשע גאַס, אין הויז מיט קרומע טרעפ.

די מאַמע איז אַוועק פֿון שטוב באַגינען,
ווען אויפֿן הימל האָט ערשט קוים געהעלט.
זי איז אַוועק אין קרוים ארײַן פֿאַרדינען,
דאָס בידנע דראָבנע גראָשנדיקע געלט.

און חיה איז געבליבן מיט די ברידער,
און זי האָט זיי געקאָרמעט און געהיט.
און זי פֿלעגט זינגען זיי די שיינע לידער,
פֿאַר נאַכט, ווען קליינע קינדער ווערן מיד.

מײַן שוועסטער חיה מיט די גרינע אויגן,
מײַן שוועסטער חיה מיט די לאַנגע האָר.
די שוועסטער חיה וואָס האָט מיך דערצויגן,
איז נאָך נישט אַלט געווען קיין צענדלינג יאָר.

זי האָט גערוימט, געקאָכט דערלאַנגט דאָס עסן,
זי האָט געצוואָגן אונדז די קליינע קעפּ.
נאָר שפּילן זיך מיט אונדז האָט זי פֿאַרגעסן,
די שוועסטער חיה מיט די שוואַרצע צעפּ.

מײַן שוועסטער חיה מיט די אויגן גרינע,
אַ דײַטש האָט אין טרעבלינקאַ זי פֿאַרברענט.
און איך בין אין דער ײִדישער מדינה,
דער סאַמע לעצטער, וואָס האָט זי געקענט.

פֿאַר איר שרײַב איך אויף ײִדיש, מײַנע לידער,
אין טעג די שרעקלעכע פֿון אונדזער צײַט.
בײַ גאָט אַליין איז זי אַ בת-יחידה,
אין הימל זיצט זי בײַ זײַן רעכטער זײַט.

בינם (בונים) הלר (1908 – 1998)
מהבולטים במשוררי יידיש בגוש הסובייטי.
יליד ורשה. עלה לישראל בשנת 1957.
זכה בפרס מנדלי מוכר ספרים לספרות יידיש מטעם עיריית תל-אביב.
את שירו "מיין שוועסטער חיה" קראה יהודית מאיר באזכרה השנתית של ארגון יוצאי לובלין ביום השואה האחרון.

מודעות פרסומת

כתיבת תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s