נישט די מתים לויבן גאט / יעקב גלאטשטיין

חוברת מספר 48 שנת 2012

נישט די מתים לויבן גאט / יעקב גלאטשטיין

די תורה האָבן מיר מקבל געווען ביים סיני,
און אין לובּלין האָבן מיר זי אָפּגעגעבן.
נישט די מתים לויבן גאט,
די תורה איז געגעבן געוואָרן צום לעבן.
און אזוי צוזאַמען ווי מיר זיינען אלע באַזאַמען
געשטאַנען ביי מתן-תורה,
אזוי וואָר זיינען מיר אלע געשטאָרבן אין לובלין.

דעם צעצווייגטן קאָפּ, די פרומע אויגן,
דאָס ציטערדיקע מויל פון אַ קליין יידיש קינד
וועל איך איינווונדערן
אין אזא פאָרכטיק מעשהלע.
כ'וועל פאַר אים אויסשטערענען אַ יידישן הימל
און אים זאָגן אזוי:
ס'יידישע פאָלק איז א פייערדיקע זון
פון אָנהויב, ביז אָנהויב, ביז אָנהויב.
לערן זשע, יינגעלע, טייער יידיש יינגעלע,
פון אָנהויב, ביז אָנהויב, ביז אָנהויב.

ס'גאנצע אויסגעחלומטע פאָלק
איז ביים בארג סיני געשטאַנען
און מקבל געווען די תורה.
געשטאָרבענע, לעבעדיקע, נאָך נישט געבאָרענע.
אלע יידישע נשמות האָבן אָפּגעענטפערט:
מיר וועלן האָרכן און הערן.
דו, דאָס טרויעריקסטע יידישע יינגעלע פון אלע דורות,
ביזט אויך ביים בארג סיני געשטאַנען.
דיינע נאָזלעכער האָבן געשמעקט
דעם ראָזשינקע-מאַנדל פון יעדער וואָרט אין דער תורה.
ס'איז געווען שבועות – יום טוב פון גרינס.
האָסט ווי א זינג-פויגל מיטגעזונגען:
כ'וועל האָרכן און הערן, הערן און האָרכן,
פון אָנהויב, ביז אָנהויב, ביז אָנהויב.

יידיש יינגעלע, אָנגעצייכנט איז דיין לעבן
אויפן אויסגעשטערנטן יידישן הימל,
האָסט קיינמאָל נישט געפעלט,
האָסט נישט געטאָרט פעלן.
מ'האָט דיך אויסגעהאָפט און אויסגעבעטן,
אלעמאָל ווען מיר זענען געווען, ביזטו אויך געווען.
און ווען מיר זענען געוואָרן אויס,
ביזטו מיט אונז נישט געוואָרן.
און אזוי צוזאַמען ווי מיר זענען אלע באַזאַמען
געשטאַנען ביי מתן-תורה,
אזוי וואָר זענען מיר אלע געשטאָרבן אין לובלין.
פון אומעטום זענען טייערע נשמות אָנגעפלויגן,
אויסגעלעבטע, יונג-געשטאָרבענע,
פארפּייניקטע, אויף אלע פייערן אויסגעפּרוווטע,
נאָך-נישט-געבאָרענע,
אלע געשטאָרבענע יידן, פון עלטער-זיידן אברהם אָן,
זיינען געווען אין לובלין ביים גרויסן חורבן.
אלע וואָס זיינען ביים בארג סיני געשטאַנן
און מקבל געווען די תורה,
האָבן גענומען אויף זיך די הייליקע מיתות.
מיר ווילן מיטשטאַרבן מיטן גאַנצן פאָלק
מיר ווילן נאָכאַמאָל טויט ווערן,
האָבן די נשמות געיאָמערט.
די מאַמע שרה, די מוטער רחל,
מרים און דבורה הנביאה,
זענען מיט תחינות און געזאנגען אויסגעגאנגען.
משה רבינו וואָס האָט אזוי נישט געוואָלט שטאַרבן,
ווען זיין צייט איז געקומען
איז נאָכאַמאָל געשטאָרבן.
און זיין ברודער אהרן,
און דוד המלך
און דער רמב"ם, דער ווילנער גאון,
דער מהר"ם און מהרש"ל,
דער חוזה און אברהמעלע אייגער.
און מיט יעדער הייליקער נשמה
וואָס איז אויסגעגאנגן אין יסורים,
זענען מיטגעשטאָרבן הונדערטער נשמות
פון טייערע געשטאָרבענע יידן.

און דו, געשמאַק יינגעלע, ביזט דאָרטן אויך געווען.
דו, אָנגעצייכנטער אויף דעם אויסגעשטערנטן יידישן הימל,
ביזט דאָרט אויך געווען און געשטאָרבן.
זיס ווי א טויב האָסטו געשטרעקט דיין האלדז
און געזונגען מיט די אבות און די אמהות.
פון אָנהויב, ביז אָנהויב, ביז אָנהויב.

פארמאך די אויגן, ליב יידיש יינגעלע,
און דערמאָן זיך ווי דער בעל-שם האָט דיך איינגעוויגט
אין זיינע אָרעמס,
ווען ס'גאנצע אויסגעחלומטע פאָלק
איז אויסגעגאַנגען אין די גאז-קאַמערן פון לובלין.
און איבער די גאז-קאַמערן,
און הייליקע געשטאָרבענע נשמות,
האָט זיך גערויכערט אן איינזאַמער, א פארלאָשענער סיני.
יינגעלע מיט צעצווייגטן קאָפּ,
פרומע אויגן און ציטערדיקן מויל,
דאָס ביזטו דאָך געווען, די שטילע, קליינע, עלנטע,
אָפּגעגעבענע תורה.
ביזט געשטאַנען אויפן סיני און געוויינט,
אריינגעוויינט דיין געוויין אין א טויטער וועלט.
פון אָנהויב, ביז אָנהויב, ביז אָנהויב.

און אזוי האָסטו געוויינט:
די תורה האָבן מיר מקבל געווען ביים סיני,
און אין לובלין האָבן מיר אָפּגעגעבן.
נישט די מתים לויבן גאט.
די תורה איז געגעבן געוואָרן צום לעבן.

 

לא המתים יהללו יה / יעקב גלטשטיין

בסיני קבלנו את התורה
ובלובלין החזרנו אותה.
כי לא המתים יהללו יה,
והתורה תורת חיים היא.
כולנו היינו במעמד הר סיני,
וכולנו בלובלין מַתנו.

Advertisements

כתיבת תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s